דער אײַזנבאַן־מוזײ
דער מוזײ איז נישט אָפֿן אויף דער רגה, צוליב דעם װאָס מיר רעמאָנטירן דעם לאָקאַל. אין משך פֿונעם רעמאָנט אַראַנזשירן מיר רײַזעס מיט היסטאָרישע באַנען איבערן גאַנצן לאַנד, און אינעם באַן-זאַל, װוּ מע האַלט אַ טײל פֿונעם באַן-היסטאָרישן קולטור-לעגאַט, קען מען עטלעכע מאָל באַטראַכטן די בעסטע טײלן פֿון דער זאַמלונג ביז דעם, װאָס מיר עפֿענען דעם מוזײ אויף ס'נײַ אין 2022.
פּרינץ אויגוסט איז דער עלצטער פֿונקציאָנירנדיקער לאָקאָמאָטיװ אין דער װעלט
די אײַזבאַן-זאַמלונג איז אײן פֿון די בעסטע אין דער װעלט און האַלט איבער 300 פֿאַרשײדענע פֿאָרװאַרג פֿונעם 19טן יאָרהונדערט ביז הײַנט, למשל פּרינץ אויגוסט, דער עלצטער פֿונקציאָנירנדיקער לאָקאָמאָטיװ אין דער װעלט. אין דער זאַמלונג זײַנען אויך דאָ עטלעכע אָביעקטן און אַ סך בילדער. בײַם מוזײ פֿירט מען אָן פֿאָרשונג און רעסטאַװרירונג לויט אַנטיקװאַרישע מעטאָדן, כּדי צו אָפּהיטן פֿאָרװאַרג מיט קולטורהיסטאָרישער װערדע.
היסטאָרישער קריקבליק
אין אָנהײב 20טן י"ה האָט מען אָנגעהױבן זאַמלען אָביעקטן מיט אַ װערדע פֿאַר אַ צוקונפֿטן מוזײ. דער גרויסער אָפּטײל פֿון עס-דזשי (SJ) אויף דער באַלטישער אויסשטעלונג אין מאַלמע 1914 איז געװען דער אָנהײב פֿונעםאײַזנבאַן-מוז װאָס מע האָט געעפֿנט די קומענדיקע יאָר בײַם הויפּט-ביוראָ פֿון עס-דזשי אויף װאַסאַגאַטאַן אין שטאָקהאָלם.
מע האַט נישט געקענט אויסשטעלן לאָקאָמאַטיװן אָדער װאַגאַנען פֿאַרן אָנהײב 1940ער יאָרן. דאַן האָט מען זײ אויסגעשטעלט אין פּשוטע שטעלכלעך אין טאָמטעבאָדאַ, לעבן שטאָקהאָלם, און אַזוי האָט מען דערגאַנצט די אונטערנעמונגען אויף װאַסאַגאַטאַן. ס'האָט נישט געדויערט צו לאַנד ביז מע האָט פֿאַרמאַכט דעם מוזײ-אָפּטײל אויף װאַסאַגאַטאַן. מע האָט אויסגעשטעלט פּרטימדיקע מאָדעלן אין סקאַלע 1:10 אין משך פֿון די 1950ער און 60ער יאָרן אויף טאָרסגאַטאַן און שטאָקהאָלם צענטראַל ביז דעם, װאָס דער גאַנצער מוזײ האָט זיך איבערגעקליבן קײן דזשעפֿלע 1970. צװישן 1985-2017 האָט מע דעם מוזײ גערופֿן דער שװעדישער אײַזנבאַן-מוזײ. אין משך פֿון די 2000ער יאָרן האָט מען אַ פּאָר יאָר אָנגעפֿירט אַ מוזײ אויך אין ענגעלהאָלם.
דער אײַזנבאַן-מוזײ איז פֿון אָנהײב אָן געװען אַ מלוכישער מוזײ, אָבער האָט געהאַט עטלעכע אָנפֿירערס אין דעם אײַזנבאַן- אָדער טראַנספּאָרט-סעקטאָר. פֿונעם 1טן יאַנואַר 2018 װעט די אַדמיניסטאַציע פֿאַר די מלוכישע ים-מוזײען טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן מוזײ, װאָס מע איצט רופֿט, װי מע האָט תּמיד געטאָן אין דער שמועסשפּראַך - דער אײַזנבאַן-מוזײ